E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Harchivi

בס"ד


...באלטימאר
 
אין באלטימאר געפונען זיך א שיינע צאל ערליכע אידן, וואס וואוינען דארט פון עטליכע סבות, ספעציעל זענען מער באוואוסט די משפחה פון די רבנים אין באלטימאר משפחת טויב הרוממה.

דער "טויב-קארנער", סיי די קליינע שול, נאכדעם די גרויסע שול ווען מען איז שוין אויסגעוואקסן די קליינע, איז שוין געבויעט געווארן אין שנת תשי"א 45 יאר צוריק, דעמאלט'ס אונטערן נאמען קהל ערוגות הבשם. און איז איינע פון די 5 עלטסטע שולן אין באלטימאר.

ווען רביה"ק מ'סאטמאר זיעועכ"י האט געשיקט הרב טויב זצ"ל קיין באלטימאר האבן זיך דארט געפונען גאנץ א קליינע צאל פון 150 שומרי שבת, היינט אבער אויפן עירוב ליסט וואס נעמט אריין אלע אידן שומרי תורה ומצוות געפונט זיך קע"ה א ליסט פון 3500 אידן!

הרב טויב האט געפירט זיין קהלה מיט א שטארקע מסירות נפש, און זייענדיג א ציר נאמן לשולחו האט ער יעדע זאך אנגעפרעגט ביי רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע, און זיך נישט אוועקגערירט פון זיינע הוראות, און נאך היינט פירן זיינע קינדער אן דעם ביהמ"ד ווייטער עד היום הזה, אן קיין שום שינוי פון די הוראות קודש.

ווי פארשטענדליך געפונען זיך דארט נאך בתי מדרשים כ"י, ווי למשל הרב אייכענשטיין שליט"א, די דייטש'ע שול וואס מען האט נאך געבויעט אין באלטימאר אין די 1800'ס, די אגודה שול-פארק הייטס, וואס איז זייער א חשוב'ע שול, , א חב"ד שול, וואס אגב האבן זיי אויך א תלמוד תורה, און ראביי ווייס שול און נאך.


אבער פאר אונז חסידי'שע אידן איז נאר גע'אייגנט עטליכע פון זיי. מער ווייניגער

אין א ס"ה פון 1 מייל רעדיוס איז דא 15 בתי מדרשים.

ישיבה נר ישראל דארפן מיר א לענגערע אפהאנדלונג.

במשך הזמן וועלן מיר מער אפדעיטן די דאזיגע בלאט מיט אינפארמאציע איבער דאס אידישקייט, וואס מען מוז וויסן קלאר בעפאר מען גייט אהין, ווייל ווען מיר האבן אנגעהויבן קלויבן אינפארמאציע זענען מיר געווארן געווארן א סאך מער ווי מיר האבן זיך גערעכנט בעפאר, וועלן מיר טאקע שפענדן א טאג-צוויי, אריבער צו פארן און זעהן מיט די אויגן פון וואס מען רעדט, (און וואס מיר פארפאסן...) אבער קודם וואס עס פעלט אויס צו וויסן אויף יעצט איז ווי פאלגענד.

צו קויפן קאנדא'ס גייען די פרייזן צווישן פופציג און אכציג טויזנט דאלער.
קאנדא'ס באצאלן מעינטענענס געז\ לעקטער\ היץ\ אבער נישט וואסער.

רוב הייזער זענען פריוואטע, און זיצן אויף א פערטל עיקער.

א דריי בעדרום הויז, איז א 200 טויזנט דאלער, און באשטייט פון גרויסע צימערן צו א סך הכל פון 1300 סקווער פיס.

די געגענט האט גוים אבער באוואוסט צו זיין א רואיגע געגנט. און זומער איז שטיקעדיג הייס.

אידן ציען זייער פרנסה דארט פון פראפעסיאנעלע שטודירטע דזשאב'ס, אסאך ארבעטן פאר די רעגירונג, למשל אינעם סאשל סעקיוריטי אפיס אליין, וואס איז נישט צו ווייט פון דארט, איז דא יעדן טאג א מנין צום דאווענעןאון א שיעור אין דף היומי.
 
  ס'איז נישט דא ממש פרנסה אין דעם ארבעטער פעלד וואס מען רופט אין אמעריקא 

אדער בני תורה/ישיבה לייט Educated/Proffesional Jobs, רוב זענען  Blue Coller,.


לעצטענס האט זיך גע'עפנט א חסיד'ישע כולל, וואס א דארטיגער איד ספאנסערט בנדבת לבו הטוב, ווי ער האט ארויסגעברענגט א מספר יונגעלייט, און אלס ראש הכולל איז אהינגעפארן הרב ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א, און די בני הכולל באקומען דערפאר ווי פאלגענד:

פיענף 5 יאר קעסט, און דאס איז 1500 א חודש,

און אויך דארפן זיי "גארנישט באצאלן" קיין דירה געלט.

זיי האבן 2 אדער 3 בעדרום'ס.

דער וועג פון וויליאמסבורג בריק ביז באלטימאר געדויערט 3 שעה.

מענטשן וואס נוצן סעקשאן 8 הילף נעמען אין אכט ווען מען טראכט פון באלטימאר, אז דארט צאלט דער פראגראם די פולע רענט, און דער טעננענט לייגט גארנישט צו פון זיין אייגענע טאש.           י.


דער אמטירנדער רב איז הרב ישעי' טויב שליט"א, בנו של הרה"ג ר' עמרם טויב זצ"ל אב"ד קהל ערוגת
הבשם באלטימאר.



 איז הרב טויב'ס שול געליסטעד מיט די אדרעס Baltimore Jewish Life אויף די וועבסייט 

Arugas HaBosem (Rabbi Taub's) 

RABBI SHAYE TAUB

3509 Clarks Lane -- Big Shul
6615 Park Heights Avenue -- Little Shul
Baltimore, MD 21215
T: 410-764-0903

Today's Davening Times
Shacharis: 6:20 am
Shacharis: 7:20 am
Mincha/Maariv: 4:55 pm



מער פרטים איבער היימישע מוסדות התורה, און וואס דער פלאן איז פון די בני הכולל וועלן מיר קענען מעלדן נאכ'ן באזוך, ווען מיר וועלן עס האבן ערשט האנטיג.
 
עוד פרטים יבואו. בעז"ה


ארטיקל קרעדיט: ר' חיים פרנס