E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Big lot,  

hopefully building soon  

בס"ד

ברוכים הבאים צו די בלאט:
"Blooming Grove NY"
  אויף הרחיבי.

דער ישוב מיט'ן נאמען בלומינג גראוו, איז נישט קיין נייער פלאן, עס איז גאר א הוספת נופך צו קרית יואל, עס באשטייט פון 2 טיילן.

חלק א', איז דא הייזער וואס איז איצט באוואוינט, און אזוי ווי אין אנדערע געגענטער ווען מען ווערט ענג ווי מען וואינט שוין יעצט, ציהט מען זיך ארויס צו נאך א גאס, אפילו עס וואוינען נאכנישט דארט קיין אידן, מיט דער צייט, אדער פארקויפן די גוים זייערע הייזער צו אידן, אדער וואוינען זיי דארט און האבן הנאה צו זיין אידישע שבת גוים.

אזוי ווי עס איז ידוע אז עשיו שונא ליעקב, איז דא אסאך מאל ווען מען הייבט אן זיך אריינצוציען אין א גוי'אישע גאס, אין די הויעכע שרייער'ס הייבן צו

נוצן זייערע לאזונגען א שטייגער ווי Our neighborhood is not for sale,

איז שוין בדוק ומנוסה אז אט זיי זענען די ערשטע וואס וועלן גיין.

חלק ב':
בערך 10 יאר צוריק, נאך א סאך (צוזאמען) ארבעט, איז געשלאסן געווארן א דיעל צווישן עטליכע היימישע בויער'ס, אויף א שטח אזוי גרויס ווי 800 אקער לאנד, צו פארשטיין דער ווערט אין שטח וועלן מיר אייך זאגן אז קרית יואל זיצט היינט מיט 5000 משפחות אויף 690 אקער לאנד,


זיי האבן געשריבן א פלאן צוצוברענגען צו קרית יואל אומגעגענט, עטליכע טויזנט דירות, אבער ווען דער פלאן איז ארויסגעקומען פאבליק האבן עס די גוים צושטערט, דורכן גרינדן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו" אונטערן טאון אוו בלומינג-גראוו, און אזוי ארום געהאט די מעגליכקייט צו טוישן די זאונינג געזעצן  און מצליח געווען צושטערן דעם גאנצן פלאן.

זייער אייגענע ווערסיע אויף זייער וויקיפידיע בלאט איז, אז דער גאנצער ווילעדזש איז געגרינדעט געווארן נאר  צוריצוהאלטן די סאטמארע חסידים פון קרית יואל אנעקסירן שטחים פון זיי און אויסשפרייטן זייערע (די סאטמאר'ע) הייזער. (דער סלאגאן ס'קלינגט אייך היימיש? אין פר' שמות לערנען מיר אט דאס אייגענע, הבה נתחכמה לו, פן ירבה, ורוח הקודש אומרת: "כן ירבה וכן יפרוץ".)

און יעדער פארשטייט, אז דער אפסטעיט גוי, וואס האט פיינט די אידן פון קרית יואל, איז זייער שווער מסביר צו זיין א חילוק פון איין סאטמאר איד אדער די צווייטע, ביז א סקווער'ן איד, א באבוב'ער איד, און א באבוב'ער 45 איד.  

צו האלטן די התבדלות האבן זיי אריינגענומען גאר גרויסע ליידיגע שטחים ארום זייערע וואוינערטער, 2 מאל די סייז פון זייער באוואוינטן שטח, כדי צו בלייבן אפגעטיילט פון די אידן.

רוב שטחים דארט האבן אידישע בעלי בתים, קען מען זאגן אז זיי האבן עס נישט געטון ווייל זיי האבן אנדערע פארלאנגען ווי אזוי אויסצונוצן די שטחים, למשל מאכן א בעיסבאלל פיעלד אנשטאט א תלמוד תורה, נאר זיי האבן א פונקטליכן חשבון וואס זיי ווילן אז די אידישע בעלי בתים זאלן נאר "נישט" קענען מאכן.

פאר אונז פשוט'ע מענטשן, סיי פון קרית יואל, סיי פאטענציעלע מופער'ס פון וויליאמסבורג וואס זוכן זיך ארויסצוראטעווען פון דא, איז יעצט ענדערש צו קויפן אין בלומינג גראוו
(ווי אויבן אנגערופן חלק א') ווי איידער אין קרית יואל גופא, סיי די פרייז איז יעצט ביליגער, (אויב מיר וועלן זיך נישט אליין חרוב מאכן אונזערע אייגענע מעגליכקייטן דורך אויפקלערן די גוים און דורכדעם אליין הייבן די פרייזן, ביטע זעהט אונזערע אנדערע ארטיקלען איבער ווער עס הייבט פרייזן...) און סיי די אומגעגענט ארום די דירה איז עפעס אזוי ווי צווישן מאנסי'ס פריוואטקייט, און צווישן קרית יואל'ס לעבעדיגע חסיד'ישקייט. נישט צו נאנט, אבער נישט צוו ווייט.

אזוי אויך דארף מען אנערקענען אז מען קען אפילו נישט איבערשטרענגען די מארקעט, ווייל בענק געבן נישט קיין גוטע  מארטגעדזשעס אין די 10950 זיפ קאוד צוליב די שלעכטע ראטע פון פארקלאוזשור און שארט סעילס אין די געגענט, און דערפאר דארף מען אין אכט נעמען אז: טייערע דירות וועט מען נישט קענען קלאוזען!

במילא לוינט זיך צו האבן געדולד ביז א דירה קומט ארויף אויף די מארקעט און דאן וועסטו זעהן צו דו האלטסט ביים קויפן, איינער וואס איז געדרוקט צו מופן שוין גלייך, דארף זיך זוכן א אנדערע עצה.

דער ריכטיגער דרך איז, זיך צו נעמען א בראוקער, און איהם הייסן זוכן, זאג וואס דו ווילסט, אנערקען אז נישט אלעס וואס  (דיין ווייב) דו ווילסט, איז אפילו דא, און אויב דו קענסט נישט בויען אליין א נייע הויז, קויף א הויז וואס עס איז שוין דא, און העכסטנס וועסטו צובויען אין 5 יאר ארום. נישט געזארגט, דו וועסט זיכער אויסקומען ביליגער אזוי.

זעה שפעטער אונזערע ארטיקלען, בנושא, צו וואס מעג מען\זאל מען מוותר זיין, ווען מען קויפט די אזוי אויסגעווארטעטע דירה.

נאך בעסער איז געבן דעם בראוקער 500$ בעפאר!, ער זאל זעהן אז דו ביסט נישט סתם א קאפ דרייער, און מאך א צעטל פונקטליך פאר וואס דו גיבסט דאס איהם,

און זעה ווייטער אונזערע ארטיקלען, בנושא, ווי מען דארף\מעג ספענדן געלט, און ווי מען זאל ענדערש ארבעטן אליין ווען מען קויפט א הויז.

דאס פלאץ איז צום מערסטנס גע'אייגנט פאר סאטמאר'ע אפשטאמיגע אידן.

מיר, די הרחיבי שטאב איז פערזענליך אינוואלד אין די בלומינג גראוו געגענט,  און מיר קענען אייך העלפן, ביטע רופט אונז אויף 347.292.8049,

Joel@harchivi.com   אדער שיקט א אימעיל צו: 
און מיר וועלן באשטימען א צייט עס דורכצורעדן.


די בלויע 690 אקער שטח איז קרית יואל, בערך ביי 5 טויזנט משפחות יעצט. די אומגראדע גרעניצן זענען די היינטיגע גרעניצן, די זייער גראדע גרעניצן ארום קרית יואל איז די געפלאנטע אנעקסעישאן.

די לעצטע באקס ווייזט אויך די געלע ריזן 800 אקער שטח וואס וואלט געקענט זיין נאך א ישוב,  

עס איז זייער אויסגעהאלטן צו רעכענען אז יעדע דירה דא אינדערצווישן, וועט נאך אמאל וואוינען א אידישער איינוואוינער.

אויב, ווילט איר האבן א דירה אין בלומינגראוו, ביטע זיך פארבינדן מיט אונז אויף די הרחיבי נומער, 3472928049

אדער שרייבט צו joel@harchivi.com

Country Hollow, another new deveopment

קרית יואל איז אנגעצייכנט מיט בלוי

Harchivi

Town & Villege of Monroe Woodbury