E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Harchivi

דער געפלאנטער ישוב אין בלומינגבורג איז שוין מער נישט קיין פלאן נאר א טרוקענער מציאות..


דער ערשטער מאל ווען מען האט גערעדט דערפון מיט די איחוד הקהלות איז געווען אזוי פרי ווי שוין אין 2006

דער פאקטישער ארויסטריט איז געקומען ערשט אין יאר 2013 ווען אין חודש תשרי איז צום ערשטן מאן געמאלדן געווארן אז קהל יטב לב ד'סאטמאר נעמט אויף זיך צו שטיצן .   דעם נייעם פראיעקט,און כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א האט קורא שם געווען דעם נייעם ישוב מיט'ן נאמען קרית יטב לב.                                                                           י


דעמאלט'ס איז מען אויסגעשטאנען פארשידענע אפהאלטונגען מצד די שכינים וואס האבן אנגעוואנדן פארשידענע מיטלען אפהאלטן דעם פראיעקט, אבער דער באגאבטער דעוועלאפער ר' שלום לאםם האט פארטיידיגט זיינע רעכטן מיט אלע כוחות, און גע'ארבעט מיט גרויס סייעתא דשמיא אנצוהאלטן ער זאל קענען אויספירן דעם פלאן און ברענגען צום ציבור א געגענט פון 396 דירות.


אין צוגאב צו די פראיעקט פון 396 דירות, ליגט אן א שיעור שטחים אין אידישע הענט וואס מען וועט בעזר ה' קענען בויען נאך דירות, ווי איינער פון די הויפט אנפירער פונעם

פראיקעט האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט א פלאן אויף אזויפיל ווי 7 טויזנט דירות. קע"ה כ"י


מיר אין הרחיבי, האבן דורכגעפירט שטודיעס און סטאסטיסטיק'ס אויף אונזער וואוקס, און מיר שפירן אז ווען אין בלומינגבורג וועט זיין 7000 דירות וועט שוין אויך זיין 7000 משפחות, און מען וועט שוין דארפן קוקן אויף ווייטער.


איינע פון די גרויסע מעלות איז, אז די דעוועלאפער'ס האבן פארשטאנען אז בניני המוסדות איז פריאריטי נומער איינס, און האבן גלייך צום אנהויב מקדיש געווען א הערליכן בנין וואס איז שוין בס"ד אין באנוץ, און דאס איז אוודאי געווען א שטארקן שטופ פאראויס, ווען אידן ווייסן, אז אפילו זיי פלאגן זיך אויף פרנסה פארנדיג אין די וועגן, אבער די קינדער זייערע האבן הנאה פון א מסודר'דיגן מוסד קלאסן און זאלן פונקט ווי אין דער שטאט. מיר טוען דאס באגריסן אלס זייער א קלוגע און ריכטיגע שריט.


מעז יצא מתוק, אז פון די איבערקערענישן פון די גוי'שע שכינים אפצוהאלטן אידן פון קומען דא, האבן אסאך לאקאלע בעלי בתים גאר פארקויפט זייערע דירות פאר אידן, און דער סך הכל איז, אז יעצט וואוינען אין בלומינגבורג עטליכע און דרייסיג אידן!, מיט א ביהמ"ד און א כולל, א גראסערי און פיצא געשעפט וואס ציהט אריין אידן וואס פארן כסדר אריבער אויפן גרויסן  שטראז 17 און מען וויל א היימישן איבערבייסן, און ספעציעל ווען מען דאווענט מנחה קומען די אידן וואס ארבעטן שוין אין אפסטעיט פון מוצאי חנוכה ביז מוצאי סוכות, פאר זיי זענען די געשעפטן גאר א שטארקע ישועה, און לעומת זה העלפט די באזוכן אסאך ארויס צו די אידישע אנוועזנהייט פון די געגנט.


עס איז צום האפן אז בקרוב וועלן זיך אריינציען עטליכע און פערציג משפחות אין די נייע געבויעטע גרויסע דירות, רענטער ווי אייגענטימער, וואס בנוסף צו די איצטיגע מספר פון העכער 90, קען דאס הייבן דעם , צאהל צו איבער 120 אידן , און דאס איז נאר דער אנהויב...


אזוי אויך ווערט יעצט (חודש אייר תשע"ז) געפלאנט צו בויען 250! קלענערע דירות וואס וועט גיין אין די פרייזן ]ון 180-200 טויזנט דאלער, דאס איז אויף וואס מיר ווארטן


זאל דער אויבערשטער העלפן מען זאל איבערקומען אלע שוועריגקייטן גרינג, און מען זאל בקרוב קענען מברך זיין על המוגמר פון די ערשטע פאזע, און גלייך צוטרעטן צו בויען די קומענדיגע פאזעס.



​Updated May 9 2017


ווי מיר האבן זיך איבערצייגט ביי אונזער נעכטיגע באזוך אינעם שטעטל, איז א נחת צו קוקן די אידישע קינדערלעך מיט זייערע עלטערן ווי אזוי זיי פארבערנגען אין אזעלכע געשמאקע ריזיגע דירות 
 
לקראת יו"ט פסח האט בלומינגבורג אויפגענומען די נייע תושבים, צו א לעכטיגע דירה לכבוד יו"ט און א גאנץ יאר ווי זיי זענען ארויס מעבות לחירות, 

גרויס כבוד און אינטערעסע טוט ציען יעדע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א וואס האט געפראוועט א שבת לחזק ולעודד די יונגעלייט חסידי סאטמאר אין די שטאט, און זיך אומגעקוקט על כל סניפי הקהלה והמוסדות 

אין פאליטישע נייעס, האט בלומינגבורג מצליח געווען אין די לעצטע וואלן און אנגעצויגן גענוג שטימען און אריינגעבערנגט זייער'ס אן אינדארסטירטער מעיאר, וואס איז א טריט פאראויס אין א יושר'דיגע באהאנדלונג וואס לויט ווי די דעוועלאפער ווייזן אן זענען זיי אין די פארגאגנהייט נישט אזוי באהאנדלט געווארן,.

דער ברייטער פובליק קוקט שטארק ארויס אויף די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען אין בלומינגבורג, וואס וועט קענען אביסל לינדערן דעם שרעקליכן דירות קריזיס וואס שטאטישע איינוואוינער ליידן זיך געפערליך אן אין די לעצטע צען יאר, און ווילן זיך שוין ארויסציען צו די רואיגע אפפארדעבל אפסטעיט סטייל לעבן, און ערווארטן שטארק בלומיגבורג'ס הצלחה.