E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Harchivi

די נייע אידישע געגענט דזשערסי  סיטי, איז די פירות פון עטליכע אחריות'דיגע עלטערן וואס מאכן שוין חתונה קע"ה מער ווי דאס ערשטע קינד, און יעדעס מאל איז געווען אן עקסטערע אפקומעניש צו זוכן א דירה, האבן זיי געזוכט א געגענט גענוג נאנט, גענוג עפארדעבל, ווי צו פלאצירן זייערע קינדער, אז ווען זיי האבן חתונה זאלן די עלטערן קענען שלאפן רואיג בינאכט און נישט טראכטן: פון ווי גייט מיין קינד מארגן צאלן זיין רענט...                    י
און דאן זיי האבן האבן געטראפן: "דזשערסי סיטי" י            

אנע פרסום, אנע אדווערטייזן, האבן זיך די עטליכע אידן צוזאם גענומען, אן וויסן וואס עס גייט זיין, אן א גרויסן פלאן, נאר איין זאך האבן זיי געוואוסט: מיר דארפן האבן דירות און טאקע שוין, און מיר קענען נישט אריינגיין אין קיין בוי פראיעקטן, מען דארף קויפן פארטיגע זאכן. וואס טוט מען למעשה? מיט א שטארקע גרייטקייט, א רצון פון אייזן, פילע הויפענעס געדולד, און מיט האפענונג צו הקב"ה האבן זיך די עלטערן וואס גייען אט איבערגעטוישט ווערן צו "עסקנים" אויסגעהערט די עצה פון "איין איד" וואס האט זיי געזאגט אזוי: איר ווייסט? איך האב עטליכע הייזער אין דזשערסי סיטי, איך דריי זיך דארט א יעדן טאג און איך פרעג זיך אליין, פארוואס זוכט מען שטעט אין די מרחקים, אפשר קומט מען אויף דזשערזי סיטי? י

נאכן ארום פארן אין די געגענט, האט מען באשלאסן , נישט אז מען גייט, נישט אז מען וועט, נישט אז מען גייט מאכן א מיטינג, נאר אז: עס האט זיך אקארשט יעצט געגרינדעט דער נייער געגענט דזשערסי סיטי.

ווי פריער דערמאנט ווען די עלטערן/עסקנים האבן זיך צוזאם געזעצט אין א ביהמ"ד אין ווינקל פון שטאט טיילן די נייעס, מיט זייער'ס גלייכן, האט מען זיך הערשט איבערצייגט ווי גוט דער פלאן איז, די "עקסייטמענט" גרייטקייט און אינטערעסע האט צוגעברענגט זיך צו פארמירן אין איינטיילן די ארבעט, איינער האט גענומען אויף זיך שרייבן די החלטות האסיפות וואס פון דעם איז שפעטער געוואן די באקאנטע "יעזורו בולעטין" און א צווייטער האט זיך צוגעשטעלט דאס צו מאכן מיט שיינע גראפיקס, צו כאפן דעם ציבור'ס אויג, א דריטער האט פארגעשלאגן א רבנישער קאנדידאט און באקומען זיין ענדגילטיגע הסכמה להגדיל תורה ולהאדירה,
און דא האלט מיר!!!   י

מיר האלטן א יאר נאכן ברעכן די נייעס, און עס איז שוין פארהאן 6! גליקליכע משפחות, וואס "האבן שוין געקויפט" און זיי האבן שוין אריינגעמופט, און עס איז שוין דא שול, און עס איז שוין דא א מקוה, או עס איז שוין דא אידישע מאכלים אין ד סופער מארקעט, און דער רב וואוינט שוין דארט,   י

    און איר ווייסט וואס נאך? צענדליגער גוטע אידן האבן שוין געקויפט הייזער צו געבן פאר אידן, און עטליכע בנינים ווערן שוין פארטיג אין די נאנטע טעג,     י

מיינט נישט אז אלעס איז א מוצא מיט האניג, די מייסדים האבן געזען צענדליגער שטרויכלונגען פון וואס מען וועט רעדן מיט א שמייכל אין צען יאר ארום...., אבער זכות אבותם מסייעתם, ווייל זיי זענען מקיין די משנה וכל העוסקים עם הציבור זאל זיין לשם שמים.

אין די טעג, האט דער יעזורו אפיס געמאלדן איבער רענטל'ס און דער ציבור האט דאס זייער גוט אויפגענומען, דערפאר, ווער עס ווילן Join the team און אויך האבן א חלקאין קויפן א בנין און עס ארויסרענטן פאר אידן קען זיך ווענדן צום יעזורו אפיס, אדער צוריק שיקן א אימעיל צו אונז אויף
info@harchivi.com
און אריינשרייבן אין די סובזשעקט
Jersy City

חסידישע מלוה מלכה אין געגנט​

דזשערזי סיטי

היום יום ה' לסדר אמור

איבעריג צו זאגן אז היינט ווען מיר שרייבן די אפדעיט'ס איז שוין גאנץ כלל ישראל אינפארמירט, אז דזשערסי סיטי איז שוין באוואוינט מיט 50 משפחות, וואס יעדער הייסט דארט מיט די זעלבע נאמען, נחשון בן עמינדב, בעווייל זיי האבן זיך נישט צוזאם געהערינגט אין איין גאס, נאר יעדרע וואינט היבש ווייט איינער פון אנדערן, וואס דאס געט א מעגליכקייט פאר די קומענדיגע אידן צו גיין אינעווייניג אין די רינג, סירקע"ל בלע"ז, ווייל צוליב דעם שריט איז די סירעל גרעסער.

עס איז ברייט באריכטעט געווארן אין די איבער 100 "יעזורו אויסגאבעס" (א בלעטל פון די עסקנים) איבער די רענטל'ס, און די קויפער'ס כן ירבה וכן יפרוץ.


היינט ווען די שורות ווערן געשריבן   איז שוי ן3 שולן אין רבנים מיט צענדליגער הייזער וואס ווערן אט אט גע'ענדיגט און אידן ועלן אויםלייכטן בעזר הוי'.