E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Harchivi

בס"ד

קרית יואל, נ.י.

קרית יואל, איר גרינדונג און וואוקס, מציאות און פלאן, איז גענוג באוואוסט און נישט מיר דארפן דאס פארציילען, אבער דאך ווילן מיר דאס בארירן זייער בקיצור.

קרית יואל איז געגרינדעט געווארן בדם לבבו של אותו צדיק, רבינו הק' מ'סאטמאר רבינו יואל זצוקללה"ה, וואס האט כל ימיו עלי אדמת אמעריקא זיך מתמרמר געווען אויפן נידריגן מצב פון מדינת אמעריקע וואס מען האט גערופן עם-ריקה, און געוואלט האבן א "אידישע שטאט" וואס ערליכע אידן זאלן קענען וואוינען.

איר גרינדונג און וואוקס איז שוין באשריבן אין עטליכע ספרים, סיי אין באשרייבונגען במשך הזמן, און סיי מיט'ן אינטערוויוען די דעמאלט'דיגע הויפט ארגאניזירער שלוחי דרחמנא בימים ההם, וואס זענען נאך חיים אתנו בזמן הזה לאורך ימים ושנים טובות.

אין יענע צייט איז רבינו הקדוש שוין געווען ארום גענומען מיט לייבן, לייבן אין עסקנות און אין געלט, און מיט אסאך אייגענע תלמידים וואס זענען געווען גרייט ממלא צו זיין דעם רבינ'ס רצון און בויען א שטאט וואס זאל זיין פונקט פארקערט וואס מאנהעטן איז דאן געווען.

ספעציעל ווערט דאס ברייט אויסגעשמועסט אין ספר רצון צדיק פון הרה"ח ר' שלמה יעקב געלבמאן ע"ה וואס איז ספעציעל געשריבן איבער דעם גרינדונג פון קרית יואל, און ארויסגעקומען פון דרוק בשנת ???,

ווען רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל בשנת תשל"ד, האט ער נאך אפילו נישט געהאט קיין אייגענע דירה, דערנאך ווען ער האט געזאגט אז ער זוכט צו בויען א בנין הביהמ"ד פון 5,000 זיצן האט מען נישט פארשטאנען דעם געדאנק בכלל.

היינט צו טאג'ס, האט זיך שוין קרית יואל צו-וואקסן צו א מספר עצום פון משפחות וואס האט געראטעוועט וויליאמסבורג'ס דעמאלט'דיגע דירות קריזיס, און עס זענען אפילו דא בעלי בתים, וואס זענען געבוירן אין קרית יואל אין די מ' יארן, צו עלטערן וואס ביידע שוויגער עלטערן האבן געוואוינט אין קרית יואל, זיי האבן חתונה געהאט אין קרית יואל, און האבן שוין ב"ה דעם פערטן קינד, און אויב קומען זיי אמאל קיין וויליאמסבורג דארפן זיי דירעקציעס...

 

די קומענדיגע שמועס:

קרית יואל אין נומבער'ס.
מוסדות אמאל און היינט.
 אנעקסעישאן און איר באדייט.
דער עתיד.

 

עוד פרטים יבואו בעז"ה.