E-X-P-A-N-D THE COMMUNITIES  
& OUR GENERATIONS 
OPPORTUNITIES

Harchivi

, תשע"ו יו ם א' קדושים ר"ח אייר.


אין דעם באקאנטן רעזארט פלאץ מאנטיסעלו, וואו עס געפינען זיך אסאך היימישע קאלאני'ס געפונט זיך היינט צו טאג'ס כמעט א מנין היימישע חסיד'ישע אידן איבער די גאנצע וואך, און כמעט צוויי מנינים אויף שבת.


 אסאך פון די גאנץ-יאריגע איינוואוינער האבן זיך אריינגעלייגט אין אויפבויען דעם געגנט, און האבן מצליח געווען אהער צו שטעלן א ביהמ"ד, און אויך צוזאמען צושטעלן א חשבון פון וועלכע הייזער זענען אין א גוטע קאנדישאן אין א גוטע פרייז, און זיי ארבעטן אויף אז דאס זאל ווערן גע'אייגנט ביי אנ"ש מען קען זיך מיט זיי פארבינדן איבער דעם.


אבער דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן, אז די לאקאלע נישט אידישע איינוואינער ווערן געלערנט פון די צייטונגען וועלכע זיי ליינען אז דארט ווי די אידן ווילן קומען וואוינען צאלן זיי מער, דערפאר איז ראטזאם אז סיי ווער עס רעכנט צו קויפן אין די אפסטעיט געגענטער און ער וויל די בעסטע פרייז, זאל זיך שטענדיג נאכפרעגן ביי די לאקאלע היימישע אידן כדי ער זאל נישט אריינפאלן, און אויך נישט לאזן הייבן פרייזן נאר ווייל מיר זענען אידן, 


עס קומט אונז נישט צו צאלן מער ווי די אלגעמיינע מארקעט נאר ווייל .

מיר טויגן אויפצוארבעטן אז געגענטער זאלן ווערן זיכערער.


דער כלל איז גילטיג על כל הפראיעקטן כולם.



אין די וואכן טעג דאווענט דער ציבור אין וויזניץ, גיבער'ס, און דארט שיקן זיי די קינדער.


אין די וואכן טעג דאווענט דער ציבור אין גיבער'ס און דארט שיקן זיי די קינדער.


ועוד חזון אויף נאך אינטרעסאנטע פרטים איבער מאנטיסעלאו.

היום יום ב' אמור זענען מיר געווען באזוכן אין דאס הארץ איז פול מיט פרייד זעהענדיג ווי זארגלאז די קליינע קינדער  שפילן אין פארנט פון זייערע הייזער ווען דער אויטא גערויש איז אזוי במנוחה אז א שטאטישער קען זיך דאס נישט מוחל זיין פאר זיי.

עס איז צוגעשטעלט א פול ]ונקציאנירדע ביהמ"ד, און א וועד וואס פארקויפט דירות פארן נישטיגן סכום פון 99,000 א דירה אויב מען קומט דארט וואוינען, און מיט נאך אביסל כח וועט זיך דארט געבן א גוטע שטופ פאראויס און עס וועט פול ווערן מיט חרדים וואס ווילן דאנקען הקב"ה ברכת הנהנין אויף זיין שיינע וועלט

פרטים יבואו.